Home › Forums › Decaffeinated Coffee › A Sukkah’la lyrics › Reply To: A Sukkah’la lyrics
September 25, 2017 7:10 am at 7:10 am
#1368489
☕ DaasYochid ☕
Participant
א סוכה’לע א קליינע
פון ברעטעלעך געמיינע
האב איך מיר א סוכה’לע געמאכט
צוגעדעקט דעם דאך
מיט אן ביסעלע סכך
זיץ איך מיר אין סוכה’לע באנאכט
א וינט א קאלטין
בלאזט דורך די שפאלטן
און די ליכטעלעך
זיי לעשן זיך פיל
עס איז מיר א חידוש
ווי איך מאך מיר קידוש
און די ליכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל
צום ערשטן געריכט
מיט א בלאסן געזיכט
ברענגט מיר מיין טעכטערעל אריין
זי שטעלט זיך אוועק
און זאגט מיט שרעק
טאטעלע די סוכה פאלט באלד איין
זיי נישט קיין נער
האב נישט קיין צער
זאל דיר די סוכה ניט טאן באנג
עס איז שוין גאר
באלד צוויי טויזנט יאר
און די סוכה’לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג