Reply To: A Sukkah’la lyrics

Home Forums Decaffeinated Coffee A Sukkah’la lyrics Reply To: A Sukkah’la lyrics

#1370612
kvetcher
Participant

אַ סוכה’לע אַ קליינע

אַ סוכה’לע אַ קליינע,
פֿון ברעטעלעך געמיינע,
האָב איך מיר אַ סוכה’לע געמאַכט,
פֿאַרדעקט דעם דאַך,
מיט אַ ביסעלע סְכַך,
זיץ איך מיר אין סוכה’לע ביינאַכט.
פֿאַרדעקט דעם דאַך,
מיט אַ ביסעלע סְכַך,
זיץ איך מיר אין סוכה’לע ביינאַכט.

אַ ווינט אַ קאַלטען,
בלאָזט דורך די שפאַלטען,
און די ליכטעלעך זיי לעשען זיך ווילד,
עס איז מיר אַ חִדוּשׁ,
ווי איך מאַך מיר קִדוּשׁ,
און די ליכטעלעך זיי ברענען גאַנץ שטיל.
עס איז מיר אַ חִדוּשׁ,
ווי איך מאַך מיר קִדוּשׁ,
און די ליכטעלעך זיי ברענען גאַנץ שטיל.

צום ערשטען געריכט[1],
מיט אַ בלאַס’ן געזיכט,
ברענגט מיר מיין טאָכטער’ל אַריין,
זי שטעלט זיך אַוועק,
און זאָגט ווי מיט שרעק:
“טאַטע’לע די סוכה פֿאַלט באַלד אַיין!”
זי שטעלט זיך אַוועק,
אַון זאָגט ווי מיט שרעק:
“טאַטע’לע די סוכה פֿאַלט באַלד אַיין!”

– זיי נישט קיין נַעֲר,
האָב ניט קיין צַעֲר,
זאָל דיר די סוכה ניט טאָן באַנג[2]!
עס איז שוין גאָר,
באַלד צוויי טויזענד יאָהר,
און די סוכה’לע זי שטייט נאָך גאַנץ לאַנג.
עס איז שוין גאָר,
באַלד צוויי טויזענד יאָהר,
און די סוכה’לע זי שטייט נאָך גאַנץ לאַנג.

[1] Course, serving
[2] Sorrow