Reply To: Echad Mi Yodea in Yiddish

Home Forums Music Echad Mi Yodea in Yiddish Reply To: Echad Mi Yodea in Yiddish

#1719961
👑RebYidd23
Participant

מה נדבר ומה נספר
מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסע,
ווער קען רעכענן ווער קען ציילען וואס איינס
באדייט, וואס איינס באדייט?
איינס איז דער באשעפער, דער באשעפער
איז איינער און מער איז נישט קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס צוויי
באדייט, וואס צוויי באדייט?
צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער
באשעפער, דער באשעפער איז איינער און
מער איז נישט קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס דריי
באדייט, וואס דריי באדייט?
דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און
איינס איז דער באשעפער, דער באשעפער
איז
איינער און מער איז נישט קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס פיר
באדייט, וואס פיר באדייט?
פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות,
צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער
באשעפער, דער באשעפער איז איינער און
מער איז נישט קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס פינף
באדייט, וואס פינף באדייט?
פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די
אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די
לוחות, און איינס איז דער באשעפער, דער
באשעפער איז איינער און מער איז נישט
קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס זעקס
באדייט, וואס זעקס באדייט?
זעקס זענען די משניות, פינעף זענען די
חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די
אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז
דער באשעפער, דער באשעפער איז איינער
און מער איז נישט קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס זיבן
באדייט, וואס זיבן באדייט?
זיבן זענען די טעג פון די וואך, זעקס זענען די
משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען
די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די
לוחות, און איינס איז דער באשעפער, דער
באשעפער איז איינער און מער איז נישט
קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס אכט
באדייט, וואס אכט באדייט?
אכט איז די ברית, זיבן זענען די טעג פון די
וואך, זעקס זענען די משניות, פינעף זענען
די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען
די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז
דער באשעפער, דער באשעפער איז איינער
און מער איז נישט קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס ניין
באדייט, וואס ניין באדייט?
ניין זענען די ירחי לידה, אכט איז די ברית,
זיבן זענען די טעג פון די וואך, זעקס זענען די
משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען
די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די
לוחות, און איינס איז דער באשעפער, דער
באשעפער איז איינער און מער איז נישט
קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס צעהן
באדייט, וואס צעהן באדייט?
צען זענען די דברות, ניין זענען די ירחי לידה,
אכט איז די ברית, זיבן זענען די טעג פון די
וואך, זעקס זענען די משניות, פינעף זענען
די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען
די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז
דער באשעפער, דער באשעפער איז איינער
און מער איז נישט קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס עלף
באדייט, וואס עלף באדייט?
עלעף זענען די שטערנס, צען זענען די
דברות, ניין זענען די ירחי לידה, אכט איז די
ברית, זיבן זענען די טעג פון די וואך, זעקס
זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים,
פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות,
צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער
באשעפער, דער באשעפער איז איינער און
מער איז נישט קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס צוועלף
באדייט, וואס צוועלף באדייט?
צוועלעף זענען די שבטים, עלעף זענען די
שטערנס, צען זענען די דברות, ניין זענען
די ירחי לידה, אכט איז די ברית, זיבן זענען
די טעג פון די וואך, זעקס זענען די משניות,
פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די
אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די
לוחות, און איינס איז דער באשעפער, דער
באשעפער איז איינער און מער איז נישט
קיינער.
מה נדבר ומה נספר אוי וויי טאטע זיסע, ווער
קען רעכענן און ווער קען ציילען וואס דרייצן
באדייט, וואס דרייצן באדייט?
דרייצען זענען די מדות, צוועלעף זענען די
שבטים, עלעף זענען די שטערנס, צען זענען
די דברות, ניין זענען די ירחי לידה, אכט איז
די ברית, זיבן זענען די טעג פון די וואך, זעקס
זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים,
פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות,
צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער
באשעפער, דער באשעפער איז איינער און
מער איז נישט קיינער.