Home › Forums › Decaffeinated Coffee › The final word on Moshiach from the meisim (hopefully!) › Reply To: The final word on Moshiach from the meisim (hopefully!)
שטייענדיק אין דעם יום סגולה פון ערב ראש השנה ה’תשנ”ב, הי’ תהא שנת נפלאות בכל — וואָס ער איז אויך דער יום הולדת פון דעם צמחצדק — ובסיום וחותם פון חודש אלול ר”ת “אני לדודי ודודי לי”86, מיט די אַלע פינף ראשי תיבות פון אלול כנגד די ג’ קוים ועמודים פון תורה עבודה וגמילות חסדים, און תשובה וגאולה87 — איז אַ זיכערע זאַך אַז שטייענדיק אין אַ מצב פון “ודודי לי” בענטשט דער אויבערשטער יעדער איד און אַלע אידן נאָך אין חודש אלול מיט “בכל מכל כל”, “מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה”88, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, און סיי שניהם יחד, ביז אין אַן אופן אַז זיי ווערן איין זאַך.
וע”פ פס”ד הטור הנ”ל אַז שוין בערב ראש השנה זיינען אידן “לובשים לבנים ומתעטפים לבנים” — איז מובן אַז נאָך בערב ראש השנה באַקומט מען שוין די התחלה פון אַלע המשכות והשפעות ואורות, ועאכו”כ — אַלע כחות, סיי ….
ברוחניות סיי בגשמיות……
……ובפרט אַז יעדערער וועט זיכער אויסנוצן דעם טאָג אויף מוסיף זיין אין עניני צדקה און אין כמה ענינים טובים, ובמיוחד — אין דעם ענין שהזמן גרמא — יום הולדת פון צמחצדק — דורך לערנען מתורתו און מקיים זיין הוראותיו.
וכאמור — ביום זה עצמו זאָל קומען די גאולה האמיתית והשלימה ע”י משיח צדקנו, תיכף ומיד ממש..